Di balade fun der zona un dem shlankn uzar - Ballad of a Whore and a Slim Hussar- די באַלאַדע פֿון דער זונה און דעם שלאַנקן הוזאַר

from by Gershon Leizerson & The Yiddish Blues Drifters

/
  • Streaming + Download

    Includes unlimited streaming via the free Bandcamp app, plus high-quality download in MP3, FLAC and more.

      ₪6 ILS  or more

     

lyrics

די באַלאַדע פֿון דער זונה און דעם שלאַנקן הוזאַר

שטייט אַ זונה בײַם פֿעצטער און זינגט:
"הוזאַר, שלאַנקר הוזאַר!
דײַנע אויגן בליצן הייס און שאַרף –
וואָס שטייסטו, דו נאַר?
מײַנע ריסטן זײַנען ווײַס ווי שניי –
וואָס גיסטו דערפֿאַר?"

"אַ בײַטשל רויטע קרעלן ווי בלוט
גיב איך דיר, קינד.
לאָז איבער דײַנע בריסטן מײַן האַנט
גיין, ווי ס'גייט דער ווינט
איבער דעם זילבערנעם שפּיגל פֿון טײַך,
וואָס בלענדט אים און מאַכט אים בלינד".

"דײַן בײַטשל קרעלן באַדאַרף איך נישט,
הוזאַר, שלאַנקער הוזאַר.
דײַנע אויגן בליצו הייס און שאַרף –
וואָס שטייסטו, דו נאַר?
סאַמע גינגאָלד זײַנען מײַנע האָר.
וואָס גיסטו דערפֿאַר?"

די זונה נעמט אים פֿאַר דער האַנט
און פֿירט אים אין שטיבל אַרײַן,
אויפֿן טישל פֿינקט רויט
אַ גלעזערן קריגל ווײַן.
די זונה שטייט אַ רגע און קוקט
און קוקט זיך אין אים אַרײַן.

"דער מאַמעס טרער האָט מיך דערלייזט.
דו האָסט מיך נישט דערקענט?
דײַן שוועסטער בין, וואָס האָט די היים
געלעסטערט און געשעדט,
און איצט פֿאַרהוליע איך טרויער און גוף
צווישן די דאָזיקע ווענט".

"איז ביסטו מײַן שוועסטער, מוזסטו דערפֿאַר
באַצאָלן מיט דײַן קאָפּ!"
ער הערט, ווי ס'פּיקט און פּיקט אין שויב
דער טויט - אַ שוואַרצער ראָב.
דאָס מעסער בליצט און זײַנע פֿיס
פֿאַלט אַנידער איר קאָפּ.

און ס'בלוטיקט איר קאָפּ צו אים אַרויף:
"הוזאַר, שלאַנקער הוזאַר!
דײַן מעסער און טרער האָבן מיך דערלייזט –
אַ דאַנק, אַ דאַנק דערפֿאַר".
און ס'שטאַרבן אירע ליפּן אָפּ:
"אַ דאַנק, אַ דאַנק, הוזאַר!"


--------

אַזוי איז געשען אין יאַס דער שטאָט
אין טויזנט נײַן הונדערט אַכט.
מײַן טאַטע האָט געזיפֿצט און געוויינט
דעריבער אַ גאַנצע נאַכט –
און איך האָב לזכר פֿון די צוויי
דאָס דאָזיקע ליד געמאַכט.

A Ballad of a Whore and a Slim Hussar

The whore stands by the window and sings,
"Hussar, the slim hussar!
your eyes are sparkling ardently and brightly,
so why are you standing there, you fool?
My breasts are white as snow,
how much will you give for them?"

"A string of beads, as red as blood,
I'll give to you, my child.
Let my hand run across your breasts
like the wind runs
across the silver surface of the river
which blinds it with its shine."

"Your string of beads I do not need,
hussar, the slim hussar,
your eyes are sparkling ardently and brightly,
so why are you standing there, you fool?
My hair is pure gold,
how much will you give for it?"

Says the hussar, "I will give you, my child,
my mother's golden tear
which fell down on my head
on my way to the army.
Take it and open the door,
I've nothing more to give."

The whore takes him by the hand
and brings him into the house.
On the table, a glass jug of wine
is shining red.
The whore stands awhile and looks,
looks narrowly at him.

"My mother's tear has redeemed me.
Didn't you recognize me?
I am your sister, who desecrated and disgraced our home,
and now I squander my sorrow and my body
within these walls."

"If you are my sister, you must pay for this
with your head!"
He hears the Death - the black crow -
tapping and tapping on the window pane.
The knife flickers, and the head
falls down to his feet.

And her head bleeds its words up to him,
"Hussar, the slim hussar!
Your knife and the tear have redeemed me -
thank you, thank you for this."
And her lips died as they said,
"Thank you, thank you, hussar."

-------
This happened in the town of Lasi
in the year of 1908.
My mother sighed and cried
about it all night long,
and I wrote this poem
in memory of these two.

credits

from Alone in the forest - In vald aleyn, track released December 1, 2016

tags

license

all rights reserved

about

Gershon Leizerson & The Yiddish Blues Drifters Israel

contact / help

Contact Gershon Leizerson & The Yiddish Blues Drifters

Streaming and
Download help

Redeem code