Geshikhte fun a libe - A Love Story- געשיכטע פֿון אַ ליבע

from by Gershon Leizerson & The Yiddish Blues Drifters

/
  • Streaming + Download

    Includes unlimited streaming via the free Bandcamp app, plus high-quality download in MP3, FLAC and more.

      ₪6 ILS  or more

     

lyrics

געשיכטע פֿון אַ ליבע

עס האָט געלעבט אַ מאָל אין פּאַליסטינע
אַ וווילער בּחור שׁמשׁון. מ'האָט געוואָלט
אים מאַכן חתנה מיט זײַן קוזינע.
זי איז געווען אַ מיידל ממשׁ גאָלד.

און אפֿשׁר איז זי גאָר געווען זײַן שׁכֿנה,
גאָר ניט קיין קרובֿה שׁמשׁונען. ווער ווייסט?
נאָר פּינקטלעך, אַז אַ יונגע און אַ שיינע.
ער האָט געגעבן זיי הסכּמה דרייסט.

ער איז בּכֿלל געווען פֿון לייב געוואַגטער.
ער האָט געהאַט אַ כּוח פֿון אַ ריז,
און אין אַ שטאָט מיט פּלישׁתּים פֿול געפּאַקטער
ער קומען פֿלעג געוויינלעך אָן אַ שפּיז.
.

די ייִדן-פֿרעסערס פֿלעג ער גלײַך צעטרײַבן
בײַם טרעפֿן זיי אין ערגעץ-וווּ ניט דאָרט.
עס האָבן זיך געוואַלגערט טויטע לײַבער,
גלײַך אַ שפּאַצירונג איז אַ מאַסנמאָרד.

נאָר אין פּלשׁת איז געווען א זונה,
און שׁמשׁונען דעם קאָפּ האָט זי פֿאַרדרייט.
זי האָט געטרײַ געדינט דעם בייזן שׂונא
און שטענדיק איז אויף אַלץ געוועזן גרייט.



און שׁמשׁון איז געווען א גרויסער בּעלן.
ער האָט געהאַט דעם כּוח פֿון אַ ריז,
און ער איז פֿאַר דער ייִדישקייט פֿאַרפֿאַלן,
ווײַל שיקסעס פֿלעג ער קנאַקן ווי די ניס.

ווען אין פּלשׁת איז ער אומגעקומען
און איז געוואָרן אין תּנ''ך אַ גְבַר,
פֿלעג די קוזינע ברענגען פֿרישע בלומען
צו שׁמשׁונס קבֿר גאָר אין טיפֿן צער.

כ'האָב צו דער מעשׂה גאָרנישט צוגעגעבן.
אַזוי איז אין דער אמתן געשען.
יאָ, סע ליאַ ווי. פֿאַרשטייט איר? – ס'איז דאָס לעבן
- אַ ביסל האָניק און אַ ים מיט כריין.

A Love Story– Lyrics- Velvl Chernin. Music- Gershon Leizerson

Once upon a time in Palestine
there lived a nice guy named Samson.
They wanted to marry him to his cousin,
a girl as good as gold.

Or maybe she was a neighbour of his
and not a relative at all. Who knows?
What we do know is that she was young and beautiful
and he gave his consent boldly.

In fact, he was braver than a lion,
had a giant's strength
and used to come to the Philistine-packed city
without a spear.

As for those Jew-eaters, he drove them away
if he met them where they shouldn't have been,
and dead bodies were scattered all around
as if it were not just a walk but a mass murder.

But there was a whore in Philistia
who turned Samson's head.
she served the evil king devotedly
and was always ready to do anything.

And Samson was a big philanderer,
he had a giant's strength
and he was lost to the Jewish world
because he chased every shiksa's skirt.

After he was killed in Philistia
and became a hero of Tanach,
his cousin, deeply grieved,
kept bringing fresh flowers to his grave.

I didn't add anything to this story,
this is just how it happened.
Yeah, c'est la vie. Got it? That's life:
a bit of honey and a bit of horseradish.

credits

from Alone in the forest - In vald aleyn, released December 1, 2016

tags

license

all rights reserved

about

Gershon Leizerson & The Yiddish Blues Drifters Israel

contact / help

Contact Gershon Leizerson & The Yiddish Blues Drifters

Streaming and
Download help

Redeem code