In torbe funem vint - In the Sack of the Wind- אין טאָרבע פֿונעם ווינט

from by Gershon Leizerson & The Yiddish Bues Drifters

/
  • Includes unlimited streaming via the free Bandcamp app, plus high-quality download in MP3, FLAC and more.

     ₪6 ILS  or more

     

lyrics

אין טאָרבע פֿונעם ווינט

אַ באָרוועסער וואַנדעראָווניק אויף אַ שטיין
אין אָוונטגאָלד
וואַרפֿט פֿון זיך אַראָפּ דעם שטויב פֿון וועלט.
פֿון וואַלד אַרויס
דערלאַנגט אַ פֿלי אַ פֿויגל
און טוט אַ כאַפּ דאָס לעצטע שטיקל זון.

אַ ווערבע פּאַזע טײַך איז אויך פֿאַראַן.

אַ וועג.
אַ פֿעלד.
אַ צאַפּלדיקע לאָנקע.
געהיימע טריט
פֿון הונגעריקע וואָלקנס.
וווּ זײַנען די הענט, וואָס שאַפֿן וווּנדער?

אַ לעבעדיקע פֿידל איז אויך פֿאַראַן.

איז וואָס זשע בלײַבט צו טאָן אין אָט דער שעה,
אָ, וועלט מײַנע אין טויזנט פֿאַרבן?
סײַדן
צונויפֿקלײַבן אין טאָרבע פֿונעם ווינט
די רויטע שיינקייט
און ברענגען זי אַהיים אויף אָוונטברויט.

אַן עלנט ווי אַ באַרג איז אויך פֿאַראַן.


In the Sack of the Wind– Lyrics-Abraham Sutzkever . Music- Gershon Leizerson

A barefooted wanderer on a stone,
bathed in the gold of the evening,
shakes off the dust of the world.
From the forest
a bird flies out
and snatches the last bit of sun.

And there is also a willow by the river.

A road.
A field.
A rippling meadow.
Noiseless footsteps
of hungry clouds.
Where are the hands that work miracles?

And there's also a living fiddle here.

So what is there to do at this hour,
Oh, my world of a thousand colours,
except gather in the sack of the wind
the red beauty
and bringing it home for an evening meal.

There is also the one lonely as a mountain here.

credits

from Alone in the forest - In vald aleyn, released December 1, 2016

tags

license

all rights reserved

feeds

feeds for this album, this artist

about

Gershon Leizerson & The Yiddish Blues Drifters Israel

contact / help

Contact Gershon Leizerson & The Yiddish Blues Drifters

Streaming and
Download help

Redeem code